װאָס טו איך צו לערנען זיך ייִדיש?
Yiddish

װאָס טו איך צו לערנען זיך ייִדיש?

by

reading
language learning

שלום־עליכם אַלעמען! װאָס מאָכט איר? איך בין אַן אָנהײבער אין ייִדיש. איך לער זיך ייִדיש שױן עטליכע יאָרן, נאָר איך נוץ עס נישט זײער אָפֿט. איך האָף, אַז איר קענט פֿאַרשטײן װאָס איך שרײַב דאָ. איך האַלט, אַז ייִדיש איז זײער אַ פֿײן ספּראַך. װען איך האָב אַ ביסל צײַט, האָב איך ליב צו הערן דאָס פּאָדצאַסט „דאָס ייִדישע קול‟. די אינטערװיוען זענען זײער אינטערעסאַנט. איך האָב אױך געהערט די אַלע עפּיזאָדן פֿון פּראָסטע ייִדיש.

מיט אַ פֿרײַנד, מיר לײענען אַרטיקלען פֿון פֿאָרװערץ צװײ מאָל יעדע װאָך. איך לער זיך אַ סך נײַע װערטער פֿון יעדען אַרטיקל און איך קען אױך לערנען זיך אַ ביסל װעגן דעם געשיכטע פֿון די ייִדישע שפּראַך און אױך פֿון די ייִדן װאָס האָבן עס אַ מאָל גערעדט.

עס זײַנען דאָ אַ סך ביכער אױף ייִדיש װאָס איך װיל לײענען, איך בין זײער דאַנקבאַר אַז מיר האָבן דעם ייִדישן ביכער צענטער. מיט עטליכע פֿרײַנדן מיר האָבן שױן אַ פּאָר קינדערש ביכער געלײענט. עס קומט מיר אָן שװער די װערטער אױף לשון־קודש צו פֿאַרגעדענקען (און צו שרײַבן חחח). מײַן פּראָגרעס איז פּאַמעלעך נאָר מינדסטנס לער איך זיך אַ ביסל יעדע װאָך!

0